10.7 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין גן־שׂורק
דינסטיק, דעם 10טן יולי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שׂורק (לעבן פּלמחים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.
נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325