פֿאָטאָ און ווידעאָ פֿונעם אַל־ישׂראלדיקן פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן אין אַשקלון
דעם 21סטן יוני 2018 אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער איז צום 22סטן מאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן (צווישן זיי אױך קינדער־קאָלעקטיוון) פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם אַשקלונער שטאָטראַט און פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

שולמית רעזניק מיטן כאָר "שלום, דאָס איז ייִדיש"
רעזשיסער און פּיאַניסט – מיכאל לײַנוואַנד.
זעט אויך אַ ווידעאָ־אויסצוג פֿונעם קאָנצערט.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











