נײַער ייִדישער שפּראַך־פּראָיעקט אין קצרינער קאָלעדזש
אינעם קאָלעדזש "אוהלו" אין דער שטאָט קצרין האָט מען אָנגעהויבן אַ נײַעם פּראָיעקט פֿון דער נאַציאָנאלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין מיטאַרבעט מיט דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר דער קולטור אויף לאַדינאָ. די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער פּראָגראַם איז ד"ר תּהילה בובילסקי.
דער ציל פֿון דער פּראָגראַם איז צו פֿאַרברייטערן און פֿאַרטיפֿערן פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע קענטענישן פֿון לערערס און מדריכים פֿון ייִדישע שפּראַכן און קולטורן: ייִדיש, לאַדינאָ און ייִדיש־אַראַביש, זיי זאָלן דאָס קענען איבערגעבן זייערע תּלמידים.
אין דער סעקציע, געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט ד"ר מרדכי יושקאָווסקי (אַ מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ) געגעבן אַ לעקציע פֿאַר סטודענטן און לעקטאָרן, און אַפֿילו פאַר די סטודענטנס עלטערן, וואָס זײַנען ספּעציעל געקומען פֿון דער ווײַטנס.
כאָטש די טעמע איז געווען גאָר נײַ פֿאַר דעם רובֿ אָנטיילנעמערס, זי האָט פֿאַראינטערעסירט דעם עולם און זייערע אָפּשאַצונגען זײַנען געווען פּאָזיטיוו.
דאָס איז נאָך אַ טראָט אין דער טעטיקײַט פֿון דער אינסטאַנץ כּדי אײַנצוּוואָרצלען די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראלדיקער בילדונג און געזעלשאַפֿט.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










