די זינגערין נחמה ליפֿשיץ איז מער ניטאָ
די באַרימטע ייִדישע זינגערין נחמה ליפֿשיץ, איינער פֿון די סימבאָלן פֿונעם גײַסטלעכן און ציוניסטישן ווידערגעבורט פֿונעם רוסישן ייִדנטום, איז נפֿטר געוואָרן דעם 21סטן אַפּריל 2017 אין תּל־אָבֿיבֿ אין עלטער פֿון 89 יאָר.
נחמה ליפֿשיץ (ליפֿשיצײַטע) איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונעאין 1927 אין קאָוונע - דעמאָלט דער הױפּטשטאָט פֿון אומאָפּהענגיקער ליטע. בעת דעם חורבן האָט איר משפּחה זיך עוואַקויִרט קיין אוזבעקיסטאַן, און נאָכן קריג איז צוריקגעקומען קיין ליטע, וואָס איז שוין געווען אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. אָבער זינט יאָר 1951 איז נחמה אויפֿגעטראָטן מיט לידער אויף ייִדיש און טיילמאָל אויך אויף העברעיִש, ניט געקוקט אויפֿן שטרענגן פֿאַרבאָט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אין 1969 האָט נחמה עולה געווען קיין ישׂראל. זי האָט פֿאַרוואַלט מיט דער מוזיקאַלישער ביבליִאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. אין די לעצטע יאָרן האָט זי געפֿירט די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, וואָס די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געשטיצט. דאָרט האָט נחמה ליפֿשיץ אויסגעשולט אַ גאַנצן דור ייִנגערע ייִדישע זינגערס.
לייענט אויך דעם אַרטיקל וועגן איר.
עליה השלום, כּבֿוד איר אָנדענק.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










