Skip to main content

פֿעברואַר 2017׃ אין דער כּנסת הײבט מען אָן צו לערנען ייִדיש

דעם 14טן פֿעברואַר 2017 האָט מען אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש אין דער כּנסת – אינעם פּאַרלאַמענט פֿון מדינת־ישׂראל.

דער מיני־קורס פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור קומט פֿאָר לויט דער איניציאַטיוו פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרער בילדונגס־קאָמיסיע יעקבֿ מרגי. פֿאַר אַ יאָרן האָט מען אין דער כּנסת געלערנט װעגן מוגראַביש (די שפּראַך פֿון ייִדן פֿון אַראַבישע לענדער); איבער אַ יאָר פּלאַנירט מען זיך באַקענען מיט לאַדינאָ (דשודעזמאָ).

די ייִדיש־לימודים ווערן געפֿירט פֿונעם מיטגליד פֿונעם דירעקטאָרן־ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

אָט זײַנען די דאַטעס און טעמעס פֿון זײַנע לעקציעס.
דער 14טער פֿעברואַר: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט".
דער 28סטער פֿעברואַר: "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?"
דער 7טער מערץ: "בענקשאַפֿט נאָך ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור".
דער 14טער מערץ: "די פּערל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר".

לייענט אויך דעם אַרטיקל פֿון דער צײַטונג "ידיעות אחרונות" פֿונעם 12טן פֿעברואַר 2017 און זעט דעם ווידעאָ.

knesset

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria