דאָס נײַע בוך: "דײַנע לידער וועל איך זינגען" פֿון מיכאל ליינוואַנד
אינעם יאָר 2016 איז אַרויס אַ בוך פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר און פּעדאַגאָג מיכאל ליינוואַנד "את שיריך אזמר" ("דײַנע לידער וועל איך זינגען").
די אויסגאַבע אַנטהאַלט לידער פֿון דער ייִדישער דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין (ראָזע האַרנינג לעבענסבוים, 1887–1952) אויף פֿיר שפראַכן - העברעיש, ייִדיש, רוסיש און ענגליש - וועלכע זענען פֿריִער דערשינען (נאָר אױף ייִדיש) אין איר בוך ''שיכּור פֿון ביטערן אמת''. ליינוואַנד האָט קאָמפּאָנירט צו זיי מוזיק.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










