Skip to main content

9.09 קאָנצערט פֿון מאַרינאַ יעקובאָוויטש אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿרײַטיק, דעם 9טן סעפּטעמבער 2016, 20:30 אַ זייגער, אינעם מוזיקאַלישן קלוב "האַוואַנאַ" (יגאל־אלון־גאַס 126, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש – די גראַן־פּרי־לאַורעאַטין פֿונעם ייִדישן לידער־קאָנקורס א"ן פֿון ש. מיכאָעלס אין מאָסקווע. זי ווערט באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק, ווי אויך פֿון דעם פֿידלער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקי.

אין דער צװײ־שעהיקער פּראָגראַם - לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און אוקראַיִניש. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6872286.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria