אַ קורס אינעם בית־התּפֿוצות וועגן ייִדישער קולטור אין וואַרשע
אינעם לערניאָר 2016 / 2017 אינעם מוזיי "בית־התּפֿוצות", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, ווערט אָרגאַניזירט אַ קורס וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור אין דער הויפּטשטאָט פֿון פּוילן, דער עיקר צווישן צװײ וועלט־מלחמות.
די באַגעגענישן וועלן פֿאָרקומען פֿרײַטיק איין מאָל אַ חודש 9:00 אַ זייגער אין דער פֿרי. די לעקטאָרן זענען באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און דאָקטאָרן פֿון ישׂראלדיקע אוניװערסיטעטן.
מער פּרטים קאָן מען באַקומען דורך דער בליצפּאָסט אָדער אויף די טעלעפֿאָנען, וועלכע זענען אָנגעוויזן הינטן אויף דער מעלדונג.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










