15.07 ליא קעניג פֿירט אויס אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק
פֿרײַטיק, דעם 15טן יולי 2016, אינעם גערעם פֿונעם גרױסן פֿעסטיוואַל לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט דעם צוטיילן דעם נאָבעל־פּרײַז דעם ישׂראלדיקן שרײַבער שמואל־יוסף עגנון, האָט די באַרימטע שוישפּילערין ליא קעניג פֿאָרגעלײענט עטלעכע אויסצוגן פֿון זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף העברעיִש און אויף ייִדיש.
די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם יפֿוער טעאַטער "הסימטה" מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.


צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










