Skip to main content

25.02 אין ראשל"צ - צוזאַמענפֿאָר לכּבֿוד שלום־עליכם

w a

דאָנערשטיק, דעם 25סטן פֿעברואַר 2016, 16:30 אַ זייגער אינעם קולטור־פּאַלאַץ פֿון ראשון־לציון (זשאַבאָטינסקי־גאַס 16, היכל־התרבות) וועט פֿאָרקומען אַ געזעלשאַפֿטלעכער צוזאַמענפֿאָר, געווידמעט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿונעם קלאַסיקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור שלום־עליכם.

דעם פֿאָרזיץ וועט פֿירן דער שרײַבער און איבערזעצער בני מר. צווישן די אָנטיילנעמערס: לעקטאָרין פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור ד"ר גלי דרוקער בר־עם; שרײַבער און ליטעראַטור־פֿאָרשער ד"ר מתן חרמוני; שרײַבער דרור בורשטיין; זינגערין אסתּי ניסים סווידענסקי; אַקטיאָר מנדי כּהנא. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria