Skip to main content

אַקטיוויטעטן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס אין אייראָפּע און דרום־אַמעריקע

דער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס פֿאַרשפּרייט זײַן טעטיקייט איבער פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן. דעם פֿאָריקן האַרבסט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער פֿײַערונג פֿונעם 90־יאָריקן יובֿל פֿון דער ייִוו"אָ אין ווילנע. נאָך דעם האָט ער, בשותּפֿות מיט רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, געפּראַוועט די "ייִדיש־טעג" אין מאָסקווע. צוזאַמען מיט דער אָרטיקער ייִוו"אָ־אפּטיילונג האָט דער צענטער דורכגעפֿירט די ייִדיש־סעמינאַרן אין בוענאָס־אײַרעס (אַרגענטינע) און מאָנטעווידעאָ (אורוגווײַ).

אין אַלע אימפּרעזעס האָבן אָנטיילגענומען ישׂראלים, צווישן זיי פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויטש,  ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און די זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש. מער פּרטים וועגן די דאָזיקע און אַנדערע אַקטיוויטעטן געפֿינט מען אויפֿן וועבזײַטל.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria