Skip to main content

ייִדישע באַנײַונגען אין בר־אילן

דעם 29סטן אָקטאָבער 2015 איז אויפֿגעמאַכט געוואָרן פֿאַרן ברייטן עולם אַ ייִדישע ביבליִאָטעק פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. די זאַמלונג, וואָס אַנטהאלט אַן ערך 30 טויזנט ביכער און זשורנאַלן, געפֿינט זיך אין דער געבײַדע נומער 401. די ביבליִאָטעק איז אָפֿן אַלע זונטיק צווישן 10:00 און 13:00 אַ זייגער און אַלע דאָנערשטיק פֿון 09:45 ביז 11:45 אַ זײגער.

דעם 5טן נאָוועמבער איז בײַם ייִדיש־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון רינה קאָסטאַ עטאַבלירט געוואָרן אַ פֿאָרשונגס־אַנשטאַלט אינעם תּחום פֿון דער רעליגיעזער ליטעראַטור אױף דער ייִדישער שפּראַך. בראש פֿונעם נײַעם אַנשטאַלט שטייט פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קאָטלערמאַן.

bar ilan religyeze bixer

bar ilan religieze bixer

 

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria