Skip to main content

18.11 קאָנצערט אין "יונג ייִדיש", תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 18טן נאָוועמבער 2015, 20:00 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, סטודיאָ 5008) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערס אָלגאַ־אבֿיגיל מעלעשטשוק און מענדי כּהנא.

אין אַ היימישער אַטמאָספֿער, בײַ די ליכטלעך, וועלן זיי אויספֿירן באַקאַנטע און זעלטענע ייִדישע לידער, באַגלייט פֿונעם טרומייטער אלי פּרעמינגער. נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

mendi olga

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria