Skip to main content

אַ נײַ בוך פֿונעם דראַמאַטורג מ. פֿעלזענבאַום

אינעם ישׂראלדיקן פֿאַרלאַג "מנורה" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ נײַ בוך פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דראַמאַטורג מיכאל פֿעלזענבאַום "אויפֿן הימל אַ יריד...".

די אױסגאַבע באַשטײט פֿון זיבן קאָמעדיעס, װעלכע זענען אָנגעשריבן געװאָרן אין משך פֿון די לעצטע 25 יאָרן: "אויפֿן הימל אַ יריד...", "תּחית־המתים אין מיטן דער וואָך", "מערת־המכפּלה", "אַ גוטן תּמיד, ר' יצחק־לייבוש", "איינצל־קאַמער", "אַ שׂימחה אין שטעטל" און "רחמנא לבא בעי".

אַ טייל פֿון די־אָ ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף דײַטש, רוסיש און ענגליש און אויפֿגעפֿירט געװאָרן אין טעאַטערס, בתוכם דרעזדענער ראָק־טעאַטער. 

felzenbaum book

דאָס בוך האָט 438 זײַטן. די הילע און די אילוסטראַציעס זענען פֿון מאַרק קאַנאָוויטש, דעם מחברס פֿאָטאָבילד – אינגריד פּעטיט.

felzenbaum portrait

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria