8.6.2026 שמועס אין תּל־אבֿיבֿ וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע
זונטיק, דעם 8טן יוני 2026, צווישן 12:00 - 14:00 אַ זייגער, וועט אינעם בנין "ראָזנבערג" אויפֿן קאַמפּוס פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען אַן אָפֿנטלעכער שמועס וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.

פּראָפֿ' דזשערעמי דאָבער (קולאַמביע־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק) און ד"ר יעל לוי (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים) וועלן דיסקוטירן אויף ענגליש.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325









