ביכער, אַרױסגעגעבענע מיט דער שטיצע פֿון דער אינסטאַנץ
די ביכער, װאָס זענען אַנומלט אַרױסגעגעבן געװאָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור:
שװאַרצע קרעלן - אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק איןנײַע העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון בני מר.סוצקעווער איז איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זעט נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.
אין די שפּורן פֿון "גדוד העבודה" (אַרבעטס־בריגאַדע) – אַ זאַמלונג פֿון שירה גאָרשמאַנס דערציילונגען אויף ייִדיש באַגלייטע מיט העברעיִשע איבערזעצונגען. די שרײַבערין האָט געלעבט און געשאַפֿן אין דער געוועזענער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין מדינת־ישׂראל. דאָס בוך איז אַרױסגעגעבן געוואָרן אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל.


צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










