Skip to main content

אָנדענק־אַקאַדעמיע נאָך ד"ר שעכטער אין ניו־יאָרק

די ‏ייִדיש־ליגע און ייִוו"אָ לאַדן אײַן אויף דער יערלעכער אָנדענק־אַקאַדעמיע לכּבֿוד דעם אָנגעזעענעם ‏ייִדיש־טוער ד"ר מרדכי שעכטער און זײַן פֿרוי טשאַרנע שעכטער ע"ה. די אימפּרעזע וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש זונטיק, דעם 12טן יולי, 13:00 אַ זייגער אינעם ייִוו"אָ־ביוראָ אין מאַנהעטן.

עס נעמען אָנטייל: ד"ר בנימין מאָס, ד"ר איציק גאָטעסמאַן, די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק א"אַ. דעם פֿאָרזיץ פֿירט ד"ר הערשל גלעזער. אַרײַנגאַנג פֿרײַ; פּלעצער באַשטעלט מען דורכן וועבזײַטל

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria