Skip to main content

זומער־קורסן אין אייראָפּע (ווילנע, פּאַריז, וואַרשע א"אַ)

דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט בײַם ליטווישן אוניווערסיטעט לאַדט אײַן תּלמידים פֿון אַלע עלטערס און ניוואָען אויפֿן זומער־קורס, וואָס קומט דאָרט פֿאָר זינט 1998. הײַיאָר ווערט ער דורכגעפֿירט פֿונעם 19טן יולי ביזן 14טן אויגוסט. זעט פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

די אַכטע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור וועט פֿאָרקומען אין פּאַריז פֿונעם 20סטן יולי ביזן 7טן אויגוסט 2015 אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿונעם פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט דאָס וועבזײַטל און לייענט אַן אינטערוויו מיט פּראָפֿ. ניבאָרסקי.

דער 13טער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִדיש־פּױלישער פֿונדאַציע "שלום", קומט פֿאָר אין וואַרשע פֿונעם 29סטן יוני ביזן 17טן יולי. זעט די פּרטים.

דעם־אָ זומער זענען ייִדישע קורסן און קלעזמערס־אימפּרעזעס פֿאַראַן אין לאָנדאָן (9 – 14־טער אויגוסט) און ווײַמאַר (18טער יולי – 16טער אויגוסט(

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria