Skip to main content

קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ

אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע ברימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

שלום־עליכם (שלום־יעקבֿ ראַבינאָוויטש; 2.03.1859, פּערעיאַסלעוו, איצט אוקראַיִנע – 13.05.1916, ניו־יאָרק) – דער גרעסטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אסתּר־רחל קאַמינסקע (10.03.1868, פּאָרוזעווע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 27.12.1925, וואַרשע) – אַ גרױסע אַקטריסע און טעאַטער־טוערין, ״די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער״.

שלמה מיכאָעלס (וואָווסי; 16.03.1890, דענענבורג, איצט דאַוגאַוופּילס, לעטלאַנד – 13.01.1948, מינסק) – דער גרעסטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

משה קולבאַק (20.03.1896, סמאָרגאָן, איצט ווײַסרוסלאַנד – 28.10.1937, מינסק) – באַרימטער דיכטער, דראַמאַטורג, מחבר פֿונעם ראָמאַן "זעלמעניאַנער".

ישׂראל אַקסענפֿעלד (מערץ 1787, נעמיראָוו, איצט אוקראַיִנע – זומער 1866, פּאַריז) – פּראָזאַיִקער פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה, מחבר פֿון די ראָמאַנען "דער שטערנטיכל" און "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט".

בערל בראָדער (מאַרגוליס; מערץ 1815, בראָד, איצט אוקראַיִנע – 1868, קאַרלסבאַד, איצט קאַרלאָווי וואַרי, טשעכײַ) – פֿאָלקסזינגער, גרונטלייגער פֿון דער כאַליאַסטרע "בראָדער זינגער", וועלכע פֿלעגן אומפֿאָרן אַרום גאַליציע און רומעניע.

דעם 24סטן מערץ 1925 איז אין ווילנע געגרינדעט געוואָרן ייִוואָ (ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט). זינט 1940 בזירט ער זיך אין ניו־יאָרק.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria