Skip to main content

24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים

דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים (קאַמפּוס הר־הצופים) וועט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש פֿון דאָקטאָראַנטן און מאַסטעראַנטן, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, מיט פּראָפֿעסאָר סעסיל קוזניץ פֿונעם באַרד־קאָלעדזש (שטאַט ניו־יאָרק).

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אינעם גערעם פֿונעם נײַעם שפּאָגל־פּראָיעקט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט "ייִדיש־פֿאָרשונגס קאָלאָקוויִום", קאָאָרדינירט פֿון דיאַנע שפּירא.

פּראָפֿ' קוזניץ וועט דורכפֿירן אַ וואַרשטאַט אויף ייִדיש און רעפֿערירן אויף ענגליש אויף דער טעמע: אויפֿקום פֿון מאָדערנער ייִדישער וויסנשאַפֿט און געשיכטע פֿון ייִוו"אָ.

Kuznitz

אויף די קומענדיקע חדשים ווערן פּלאַנירט אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ' חוה טורניאַנסקי "ייִדיש און העברעיִש – צוויי שפּראַכן פֿון איין קולטור" און אַ רעפֿעראט פֿון דער דאָקטאָראַנטין יעל לוי "אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט".

אינעם פּראָיעקט באַטייליקן זיך ייִדיש־פֿאָרשערס און סטודענטן אויך פֿון אַנדערע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, וועלכע קריגן אויף אַזאַ אופֿן אַ באַקוועמע און ניצלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע אַקאַדעמישע סבֿיבֿה, אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך און אויסצוטוישן זיך מיט אידעען און דערפֿאַרונג.

די גאַנצע דאָזיקע טעטיקייט ווערט דורכגעפֿירט פֿרײַוויליק; מע זוכט אָבער אַ ספּאָנסער און מע וועט מיט דאַנקבאַרקייט אָננעמען יעדע הילף.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria