5.11.2026 אין תּל־אבֿיבֿ: פֿאָרשטעלונג "אַ מעשׂה מיט אַ פֿישערס זון"
דאָנערשטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2026, 19:30 אַ זייגער, וועט אינעם שלום־עליכם־הויז (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אבֿיבֿ) פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַנסאַמבל "גיא בן־הינום" מיטן דערציילער אַלכּסנדר פֿיש.
"אַ מעשׂה מיט אַ פֿישערס זון" איז אַ פֿאָלקס־מעשׂה פֿאַר די, וואָס זײַנען יונג אין האַרצן, און אויך פֿאַר קינדער וואָס האָבן ליב מעשׂיות.

דער ספּעקטאַקל, אויפֿגעפֿירט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינבטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז אַן איינמאָליקע געשעעניש אויף ייִדיש, מיט אַ טייל פֿון די לידער געזונגען אויף העברעיִש.
די בילעטן, צום פּרײַז פֿון 50 ש״ח, קאָן מען קויפֿן אינעם שלום־עליכם־הויז.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

























