אָקטאָבער-דעצעמבער 2026:"פּאַפּירענע בריגאַדע"איבער גאַנץ ישׂראל
מיט פֿרייד לאַדן מיר אײַך אײַן אויף אַ בשותּפֿותדיקער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל" און דער מוזיק־שול ״רימון״: "די פּאַפּירענע בריגאַדע". רעזשיסאָר: אוהד היטמאַן.
די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2026, 20:30 אַ זייגער, אין בית־יד־לבנים: המחתּרת־גאַס 2, רמת־השרון. די קומענדיקע פֿאָרשטעלונגען:
מיטוואָך, דעם 21סטן אָקטאָבער, 20:00 אַ זייגער, אינעם "משכן למוסיקה ואמנות": הפּלמ"ח־גאַס 2, רעננה;
דאָנערשטיק, דעם 29סטן אָקטאָבער, 18:00 אַ זייגער, אינעם "אשכּול פּיס": הדקל־גאַס 5, בת־ים;
זונטיק, דעם 8טן נאָוועמבער, 17:00 און 20:00 אַ זייגער, אינעם ״בית ציוני אמריקה״, תּל־אבֿיבֿ;
דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָוועמבער, 20:00 אַ זייגער, אינעם זאַל "ראַפּאָפּאָרט", חיפֿה;
מיטוואָך, דעם 18טן נאָוועמבער, 20:00 אַ זייגער, אינעם זאַל "רבֿקה קראון" פֿונעם ירושלימער טעאַטער;
מאָנטיק, דעם 23סטן נאָוועמבער, 20:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־פּאַלאַץ פֿון גבֿעת־שמואל;
דאָנערשטיק, דעם 3טן דעצעמבער, 20:00 אַ זייגער, אינעם "משכּן אמנויות הבמה" (זאַל 2), באר־שבֿע;
זונטיק, דעם 20סטן דעצעמבער, 20:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־פּאַלאַץ פֿון פּתּח־תקווה.

אין מיטן ווילנער געטאָ, אונטער וואַכזאַמע אויגן פֿון די נאַציס, האָבן די דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער, שמערקע קאַטשערגינסקי מיט דער גרופּע קינסטלער־קעמפֿער (באַקאַנט אַלס די "פּאַפּיר־בריגאַדע"),
טאָג נאָך טאָג, ריזיקירנדיק מיט זייערע לעבנס, געהאָרעוועט כּדי צו באַהאַלטן, אַרױסשמוגלען און ראַטעווען זעלטענע אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור: כּתבֿ־ידן, קונסטווערק, ביכער און נאָטן.
אַ רירנדיקע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג אַנטהאַלט לידער געשריבן אין געטאָ, וואָס זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער ייִדישער קאָלעקטיווער זכּרון: "שטילער, שטילער", "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" און אַנדערע. דאָס איז אַ מענטשלעכע דראַמע וועגן מוט, גבֿורה, שעפֿערישקייט און גלויבן אין דער קראַפֿט פֿון ווערטער צו ברענגען און היטן די האָפֿענונג.
בילעטן: https://yiddishpiel.smarticket.co.il/show/175
כּדי צו באַקומען דעם ספּעציעלן ראַבאַט פֿאַר די פֿרײַנד פֿון דער אינסטאַנץ, באַניצט דעם קאָד 7171. ער איז גילטיק פֿאַר אַלע ספּעקטאַקלען.
די פֿאַרבינדונג צום אַרטיקל וועגן דער פֿאָרשטעלונג: ביטע קוועטשט דאָ
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

























