4.9.2026 תּ"א: מע לאַנסירט אַ וועבזײַטל וועגן פּאָעט י' קאַצנעלסאָן
מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם וועבזײַטל געווידמעט דעם לעבן און דער שאַפֿונג פֿונעם פּאָעט יצחק קאַצנעלסאָן (1885–1944).
קאַצנעלסאָנס ווערק זײַנען אַנערקענט געוואָרן אין אַ סך קינסטלערישע קרײַזן; מע רעכנט אים צו די 100 גרעסטע ייִדישע דיכטער.

די אימפּרעזע וועט פֿאָרקומען מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿרײַטיק, דעם 4טן סעפּטעמבער 2026, 11:00 אַ זייגער אין "שלום־עליכם־הויז" (באַרקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ).
צווישן די אָנטיילנעמער: די זינגערין נעמה נחום; דער מוזיקאַלישן דירעקטאָר און באַאַרבעטער אבֿי בנימין (גשר־טעאַטער). דער רעדאַקטאָר און פראגראם-אָנפירער - מאטי סנדק.
אַַרײַנגאַנג פֿרײַ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

























