26.5.2026 פֿאָרום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין ירושלים

דינסטיק, דעם 26סטן מאַי 2026, צווישן 8:30 און 18:30 אַ זייגער, איז אין דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק (אליעזר־קפּלן־גאַס 1, ירושלים) פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס (לימודים און פֿאָרשונגען). אויפֿן בילד זעט איר זײַנע אָנטיילנעמער.


די פֿולע פּראָגראַם אויף העברעיִש געפֿינט זיך דאָ.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























