28.9.2025 אַ שמועס אין קלײנע גרופּעס אויף מאַמע-לשון
זונטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער 2025, 18.00 אַ זייגער (ישׂראל), וועט דורך זום פֿאָרקומען אַ שמועס אויף מאַמע־לשון אין קלײנע גרופּעס װעגן אתגר קרתס בוך “שטערונג אױפֿן ראַנד פֿון דער גאַלאַקסיע” וואָס איז דערשינען אינעם ה.לייוויק־פֿאַרלאַג אױף ייִדיש.
דאָ קאָן מען באַשטעלן דאָס בוך: https://did.li/Zj0TY
מיר װעלן לײענען צוזאַמען די קורצע מעשׂה "בײַ נאַכט" (ז"ז 34-35 אין בוך). װער עס װיל, קאָן לײענען די דערציילונג אין פֿאַרױס: https://did.li/hnCx5
עס פֿירט אָן טובה רשטיק-דוידזון.
אײַנטריט פֿרײַ און אַלע זענען פֿאַרבעטן! מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר פֿריִער אויפֿן אַדרעס: https://us02web.zoom.us/meeting/register/7a0WN8C9TmaOfnlz_xDg_g
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325