אַ פֿילם וועגן איציק מאַנגערן לויט יצחק פּאַנערס בוך
מיר רעקאָמענדירן אײַך צו קוקן דעם קורצן פֿילם וועגן איציק מאַנגערן: "דער אומדערוואַרטער גאַסט אויפֿן טאַטנס בר־מצווה". אַזוי האָט אָנגערופֿן דעם דיכטער זײַן פֿרײַנד - דער שרײַבער און זשורנאַליסט יצחק פּאַנער.
דער פֿילם איז געשטעלט געװאָרן לויט פּאַנערס בוך "שטריכן צום פּאָרטרעט פֿון איציק מאַנגער", וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש פֿון שלמה לערמאַנען מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
בעת פּראָדוצירן דעם פֿילם האָבן עמוס כּהן און דעם שרײַבערס אייניקל אילנה כּהן־פּאַנער באַניצט ״דעם קינסטלעכן שׂכל״.
אָט זײַנען די פֿאַרבינדונגען: צום עלעקטראָנישן בוך און צום פֿילם. האָט הנאה!
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325