סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן אױפֿן געביט פֿון ייִדיש
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור טיילט צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן גראַד און די פּאָסטדאָקטאָראַנטן, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די סטיפּענדיעס זײַנען באַשטימט פֿאַר סטודענטן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט שטודיעס און פֿאָרשונגען אין ליטעראַטור, געשיכטע, קונסט אאַ"וו.
די אינסטאַנץ שטיצט אונטער די פֿאָרשונגען, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן בײַטראָג אינעם ענין פֿון אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור.
דער לעצטער טערמין פֿאַר די ווענדונגען איז דער 27סטער פֿעברואַר 2026. די פּרטים און פֿאָרמולארן געפֿינען זיך דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
