אַן אָפּגע'זומ'דערט ווינקעלע: אונדזערע זום־אימפּרעזעס
מיטוואָך, דעם 10טן דעצעמבער 2025, 17:30 אַ זייגער וועט די פֿאָרשערין ד"ר עירית עילם ריידן וועגן פּראָלעטאַרישער קינדהייט אין דער ייִדישער דיכטונג אין פּוילן צווישן צוויי וועלט־מלחמות.
די פֿאַרבינדונג צום זום: https://us02web.zoom.us/j/84317126368

דעם 25סטן נאָוועמבער 2025, 17:30 אַ זייגער האָט דער פֿאָרשער ד"ר לעאָניד רויטמאַן דערציילט וועגן דעם אָנהייב פֿון שלום־עליכמס שעפֿערישן וועג.

דעם 20טן אָקטאָבער 2025 האָט די שרײַבערין־פֿאָרשערין ד"ר נורית אורחן געהאַלטן אַ רעפֿעראַט "פֿרויען שרײַבן אין דער ייִדישער פּרעסע: דער אָנהייב".

דעם 10טן סעפּטעמבער 2025 האָט ד"ר יעד בירן געמאַכט אַ רעפֿעראַט "ייִדישלאַנד: ווען און ווי אַזוי איז עס דערשינען און וואָס איז געשען מיט דער אידעע אינעם 20סטן יאָרהונדערט". 
דעם 23סטן יולי 2025 האָט ד"ר מיכאל לוקין געמאַכט אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע "פֿאָלקסשאַפֿונג אויף מזרח־ייִדיש: פּראָזע, דיכטונג און קולטור־אידענטיטעט".

דעם 24סטן יוני 2025 האָט ד"ר לאה גאַרפֿינקל דורכגעפֿירט אַ שמועס אויף דער טעמע "פֿאַנטאַזיעס און וואַר אונטער איין דאַך בײַ יצחק באַשעוויס־זינגערן".

דעם 21סטן מאַי 2025 האָט ד"ר דניאלה זײַדמאַן־מאַוער דורכגעפֿירט אַ שמועס אויף דער טעמע "קאָנטראָלירט און אויסגעפּרוּווט: מאַגיע אין מעדיצינישע ביכער און מיטלען אויף ייִדיש אינעם 18טן יאָרהונדערט".

דעם 21סטן אַפּריל 2025 האָט ד"ר יעד בירן דורכגעפֿירט אַ שמועס אויף דער טעמע "איבער דער שׂנאה און רציחה: חורבן־זכרונות אין אבֿרהם סוצקעווערס ווערק".
צייכענונג: מיכל אריאלי.
דעם 18טן מערץ 2025 האָט רבֿקה אדרת, די פּראָגראַמען־קאָאָרינאַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ״אַנו״, דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש "קינעמאַטאָגראַפֿישער בליק אויף די חסידישע קרײַזן".

דעם 19טן פֿעברואַר 2025 האָט ד"ר גלי דרוקער בר־עם דערציילט וועגן איר בוך "אני עפרך" ("איך בין דײַן אַש"), וואָס איז געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור אין צוויי ערשטע יאָרצענדליקער פֿון מדינת־ישׂראל.
22.1.2025 האָט די ישׂראלדיקע שרײַבערין, ספּעציאַליסטין אויף דער אַמעריקאַנישער ליטעראַטור ד"ר דזשוליע פֿערמענטאָ צײַזלער דערציילט וועגן דער ראָלע פֿון וואַרשע אין דער שאַפֿונג פֿון יצחק באַשעװיס־זינגער.
18.12.2024, האָט די קולטור־פֿאָרשערין ד"ר יעל לוי דערציילט וועגן איר נײַעם בוך, געווידמעט דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די יאָרן 1900-1870.

6.11.2024 האָט אין אונדזער אָפּגע'זומ'דערטן ווינקעלע אויפֿגעטראָטן ד"ר רותי אבליוביץ' פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט (די פֿאָרשערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער פון די 20-19 יאָרהונדערטער) מיט דער לעקציע "דער דיבוק, וואָס פֿאַר דעם דיבוק”.

קרעדיט: "דער קיבעצער" 20.8.1909
18.9.2024 אין אונדזער אָפּגע'זומ'דערטן ווינקעלע אויפֿגעטראָטן אודי מעלער (דער פֿאָרשער פֿונעם חורבן, וואָס אַרבעט אין "יד ושם") מיט דער לעקציע "פֿון יענע דרײַ איז קיינער נישט געבליבן" וועגן דעם שרײַבער ק.צעטניק (יחיאל די-נור, יחיאל פֿײַנער) .

ק.צעטניק גיט עדות בעתן משפּט פֿון אײַכמאַנען אין 1961
21.8.2024 זענען אויפֿגעטראָטן בני מער (שרײַבער, איבערזעצער, זשורנאַליסט) און מיכל אריאלי (קינסטלערין, רעדאַקטאָרין). זיי האָבן דערציילט וועגן זייער נײַעם אילוסטרירטן קאַלענדאַר מיט ייִדישע טרייסט־לידער. פֿאַר יעדן חודש װערט געבראַכט אַן אילוסטרירט טרייסט־ליד אין אָריגינאַל אויף ייִדיש און אין העברעיִשער איבערזעצונג. דאָ געפֿינט מען לירישע ווענדונגען צו די שטערן, צום האַרבסט, צום שניי און אַפֿילו צום קאָמאַר (מאָסקיטע).
די פּרטים בנוגע דעם קאַלענדאַר און זײַן באַזאָרגן: https://www.michalarieli.com/calendar

16.7.2024, 17:30 אַ זייגער, וועט ד"ר דיעגאָ ראָטמאַן - דער עלטערער לעקטאָר, פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿאָלקלאָר, רעדן וועגן דער ייִדישער פּאָליטישער סאַטירע אין ישׂראל, פֿאָרגעשטעלט פֿון די קאָמיקערס שמעון דזשיגאַן און ישׂראל שומאַכער.

13.3.2024 האָט ד"ר עירית עילם פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור א"ן פֿון יונה גאָלדריטש בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווירסיטעט גערעדט וועגן דער ייִדישער דערציילערישער פּראָזע אין פּוילן ערבֿ דעם חורבן.

21.2.2024 האָט רבֿקה שיין כּחלון געגעבן אַ רעפֿעראַט "אַבֿרהם רייזען, דיכטער און פּראָזאַיִקער, געפֿינט פֿאַר זיך אַן אָרט". פֿרוי כּחלון האָט דערציילט וועגן דעם בוך, וואָס זי האָט איבערגעזעצט און רעדאַגירט מיט דער שטיצע פֿון דער אינסטאַנץ.

15.1.2024 האָט דער דיכטער, עטנאָגראַף, איבערזעצער און ליטעראַטור־קריטיקער ד"ר וועלוול טשרנין דערציילט וועגן "ביראָבידזשאַן - די טײַגע, וואָס אויף ייִדיש רעדט" 
18.12.2023 האָט די אַקטריסע, פּראָדוצירערין און דראַמאַטורגין הדס קלדרון דערציילט וועגן איר זיידן - דעם דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער (1913 - 2010)

4.9.2023 האָט דער טעאַטער־פאָרשער מאָטי סנדק דערציילט די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע פֿונעם טעאַטער "אהל" (1925 - 1969)
14.8.2023 האָט אילן ברק געגעבן אַ לעקציע וועגן דעם ייִדישן הומאָר

14.6.2023 האָט אילנה פּאַנער־כּהן דערציילט וועגן איר זיידן - דעם זשורנאַליסט און שרײַבער יצחק פּאַנער, "דעם ראָמעאָ פֿון דער ייִדישער שפּראַך"

זע דעם אַרכיוו פֿון פֿאָריקע אימפּרעזעס
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
