seker

נייַעס

2.10.2023  דערציילערס־פֿעסטיוואַל אין גבֿעתיים דעם 2.10.2023, מאָנטיק, 16:00 אַ זייגער, וועט אינעם גבֿעתיימער טעאַטער פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון די דערציילערס. צווישן...
27.9.2023 - אָוונט פֿונעם פֿרײַען רײדן אויף ייִדיש מיטוואָך, דעם 27סטן סעפּטעמבער 2023, 17:00 אַ זייגער, אָרגאַניזירט דער תל־אביבער ייִדישער קולטור־צענטער...
ורד קופּל פֿירט ייִדיש־קורסן אין רמת־גן ורד קופּל, די ייִדיש־לעקטאָרין פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, אונטערריכט די שפּראַך אויך אין דרײַ קלובן אין...
22.10.2023 קאָנצערט פֿון רבֿקה און חן בר אין הרצליה זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2023, 16:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6) וועט...
19.10.2023 בעטי קליין זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2023, 11:00 אַ זייגער, וועט אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס...
17.10.2023 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה דינסטיק, דעם 17טן אָקטאָבער 2023, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב...
31.8.2023 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין אשקלון דאָנערשטיק, דעם 31סטן אויגוסט 2023, 15:00 אַ זייגער, אינעם נײַעם ייִשובֿ ייִדיש־קלוב אין אשקלון (הפּורצים־גאַס, 9) װעט פֿאָרקומען...
אויגוסט-סעפּטעמבער אין ירושלים: אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג הדיבוק מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג "הדיבוק" אינעם טעאַטער "הבימה"....

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


20151026 102307

צווישן די געשטיצטע ביכער:"שװאַרצע קרעלן" - אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק אין נײַע העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון בני מר (נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל); "אין די שפּורן פֿון גדוד העבודה" (אַרבעטס־בריגאַדע) – אַ זאַמלונג פֿון שירה גאָרשמאַנס דערציילונגען אויף ייִדיש מיט העברעיִשע איבערזעצונגען, אַרױסגעגעבן אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג (די שרײַבערין האָט געלעבט און געשאַפֿן אין מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין מדינת־ישׂראל). 

 

די פֿולע רשימות פֿון געשטיצטע פּראָיעקטן

2015

  •  טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג לױט דער אָריגינעלער פּיעסע "פֿײגלען אין קאָפּ". די פּרעמיערע װעט פֿאָרגעשטעלט װערן אױפֿן װאַרשעװער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיװאַל אין אױגוסט 2015.
  • קינסטלערישע אױסגאַבע פֿאַר די קינדער, אינספּירירט פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן.
  • פּובליקאַציע פֿון ליובע װאַסערמאַנס לידערבוך אױף ייִדיש און העברעיִש.
  • קאָנצערט־רעװיו פֿון ייִדישע לידער װעגן ייִדישע מאכלים, באַגלײט פֿון טשיקאַװע דערצײלונגען װעגן פֿאַרשיידענע מאכלים.
  • פּובליקאַציע פֿונעם אױטענטישן לידערבוך אױף ייִדיש "אַרבע־כּנפֿות".
  • איבערזעצונג פֿון ענגלישע און העברעיִשע לידער אױף ייִדיש פֿאַר אַ קינסטלערישער זינגפּראָגראַם.
  • פּראָדוצירונג פֿון אַ קאָמפּאַקטל מיט אַלטע פֿאָלקס־באַלאַדעס אױף ייִדיש.
  • פּובליקאַציע פֿונעם בוך "אַ שאָטן בײַם פֿענצטער" אױף ייִדיש, װעלכער איז איבערגעזעצט געװאָרן אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן אָבער קײן מאָל ניט פּובליקירט אין אָריגינאַל אױף ייִדיש.
  • איבערזעצונג אױף העברעיִש און באַאַרבעטונג פֿון אַלכּסנדר גאַליטשעס פּיעסע אױף ייִדיש "די מאַטראָסנס שטילקייט".
  • איבערזעצונג אױף העברעיִש און פּובליקאַציע פֿונעם בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן".
  • די ייִדישע קולטור־ירושה פֿאַר די קינדער - קינדער־קרײַזן צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און ייִדישער קולטור.
  • געשיכטע פֿון הומאָר אין ייִדישן טעאַטער: די זאַמלונג פֿון פּורים־שפּילן
  • אַ מוזיק־ און געזאַנג־פּראָגראַם צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור. די פּראָגראַם איז באַשטימט פֿאַר די תּלמידים פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן זומער־קורס אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט.
  • פּובליקאַציע פֿון דער אַנטאָלאָגיע: 100 יאָר איבערזעצונגען פֿון ייִדישן ליד אױף העברעיִש.
  • פּראָדוצירונג פֿון אַ קאָמפּאַקטל מיט דער ייִדישער אױטאָרישער מוזיק.

2014

  • פּראָדוצירונג פֿונעם קורצן פֿילם מיטן עדות־זאָגן פֿון די לעבן־געבליבענע נאָכן חורבן, אויף ייִדיש מיט דער איבערזעצונג אויף העברעיִש.
  • פּראָדוצירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל פֿון אָריגינעלע ייִדישע לידער מיט קלאַסישע ניגונים.
  • פּובליקאַציע פֿונעם בוך "אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישן הומאָר"
  • איבערזעצונג פֿון אסתּר זינגער־קרײַטמאַנס דערציילונגען, פֿון ייִדיש אויף העברעיִש.
  • פּראָדוצירונג פֿונעם קורצן פֿילם וועגן עקסקורסיעס איבער די מערקווירדיקע ייִדישע קולטור־ערטער פֿון תּל־אבֿיבֿ און ירושלים. 
  • פּובליקאַציע פֿון אַ דערציילונגען־בוך אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן און דעם לעבן פֿון ייִדן אין רוסלאַנד.
  • פּראָדוצירונג פֿון אַן אַלבאָם פֿון אָריגינעלע ייִדישע לידער.
  • פּראָדוצירונג פֿון דער טאַשמע מיט ייִדישע לידער פֿונעם דיכטער מאַרק וואַרשאַווסקי.
  • פּראָדוצירונג פֿון דער טאַשמע מיט ייִדישע קינדער־לידער און פֿאָלקלאָר־לידער.
  • אויסקלײַב און איבערזעצונג אויף העברעיִש פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק, וועלכע וועלן אײַנגעשלאָסן ווערן אינעם בוך "חרוזים שחורים" ("שוואַרצע קרעלן").
  • די צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿונעם בוך וועגן דער מוסר־ליטעראַטור אויף ייִדיש און העברעיִש.
  • פּובליקאַציע פֿון צוויי ביכער אויף ייִדיש און איין צוויישפּראַכיק בוך (ייִדיש און העברעיִש).
  • צונויפֿזאַמלונג פֿון די פֿאַרלאָזטע ייִדישע ביכער פֿון פּריוואַטע שטיבער און ביבליִאָטעקן, זייער קאַטאַלאָגיזירונג און דעמאָנסטראַציע פֿאַרן ברייטן עולם; דאָס דורכפֿירן די ליטעראַרישע אָוונטן און אויסשטעלונגען.
  • עקסקורסיעס פֿון די שילער אין שלום אַש־מוזיי. דער ציל – צו באַקענען די שילערס מיט אַ בולטן פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קולטור.
  • שטיצע פֿאַר אַן אָריגינעלער מוזיקאַלישער שאַפֿונג, באַזירט אויף דער ייִדישער דיכטונג.
  • דאָס זאַמלען און קלײַבן די מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער קולטור אין אייראָפּע אין די 1930 – 1940־ער יאָרן, און צוגרייטונג, אויף זייער באַזע, פֿון אַ פּאָעטיש־דראַמאַטישן פּראָגראַם פֿאַרן ברייטן קהל.
  • דאָס זאַמלען די מאַטעריאַלן וועגן י.־ל. פּרץ פֿאַרן חלוצישן אינטערנעץ־פּראָיעקט וועגן דעם ייִדישן טעאַטער.
  • שטיצע פֿאַר די ייִדישע אוידיציעס אין "קול־ישׂראל".
  • שטיצע פֿאַר די אונטערנעמונגען אױפֿן געביט פֿון ייִדיש אין די שולן, וווּ מען לערנט די שפּראַך פֿאַר דער מאַטורע.