seker

נייַעס

2.10.2023  דערציילערס־פֿעסטיוואַל אין גבֿעתיים דעם 2.10.2023, מאָנטיק, 16:00 אַ זייגער, וועט אינעם גבֿעתיימער טעאַטער פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון די דערציילערס. צווישן...
27.9.2023 - אָוונט פֿונעם פֿרײַען רײדן אויף ייִדיש מיטוואָך, דעם 27סטן סעפּטעמבער 2023, 17:00 אַ זייגער, אָרגאַניזירט דער תל־אביבער ייִדישער קולטור־צענטער...
ורד קופּל פֿירט ייִדיש־קורסן אין רמת־גן ורד קופּל, די ייִדיש־לעקטאָרין פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, אונטערריכט די שפּראַך אויך אין דרײַ קלובן אין...
22.10.2023 קאָנצערט פֿון רבֿקה און חן בר אין הרצליה זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2023, 16:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6) וועט...
19.10.2023 בעטי קליין זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2023, 11:00 אַ זייגער, וועט אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס...
17.10.2023 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה דינסטיק, דעם 17טן אָקטאָבער 2023, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב...
31.8.2023 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין אשקלון דאָנערשטיק, דעם 31סטן אויגוסט 2023, 15:00 אַ זייגער, אינעם נײַעם ייִשובֿ ייִדיש־קלוב אין אשקלון (הפּורצים־גאַס, 9) װעט פֿאָרקומען...
אויגוסט-סעפּטעמבער אין ירושלים: אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג הדיבוק מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג "הדיבוק" אינעם טעאַטער "הבימה"....

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די ערשטע צײַטונג אויף ייִדיש, "קוראַנט", איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1687־טן יאָר אין אַמסטערדאַם (האָלאַנד). נאָך דעם זענען ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן דערשינען אין פּוילן, רוסלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, רומעניע, אונגערן, פֿראַנקרײַך, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, אורוגווײַ, אויסטראַליע, ישׂראל און אַנדערע לענדער.

מיט דער צײַט זענען אייניקע צײַטונגען פֿאַרמאַכט געוואָרן, אַנדערע זענען אַריבער צום אינטערנעץ־פֿורמאָט, און עטלעכע זענען ממשיך אַרויסגיין אין אַ געדרוקטער פֿאָרם אויף פּאַפּיר. זעט וועגן דעם אַרטיקלען אויף ענגליש און אויף העברעיִש.

 

עקזיסטירנדיקע אויסגאַבעס

וועלטלעכע און געמישטע צײַטונגען:

"פֿאָרווערטס", ניו־יאָרק (זעט אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן דער צײַטונג)

די צײַטונג גיט אַרויס די בײַלאַגע "ווײַטער" פֿאַר די, וואָס לערנען ייִדיש

"דער ייִדישער מאָמענט", ניו־יאָרק

"ביראָבידזשאַנער שטערן", רוסלאַנד (זעט אַרטיקלען אויף ענגליש און אויף העברעיִש וועגן דער צײַטונג)

"קאָפּיק" – די אינטערנאַצינאָלע אינטערנעץ־צײַטונג

חרדישע צײַטונגען:

"די צײַטונג", ניו־יאָרק

"ייִדיש פּאָסט", ניו־יאָרק

"דער אַלגעמיינער זשורנאַל", ניו־יאָרק

"די אַנטווערפּענער צײַטונג", בעלגיע 

אין ישׂראל גייען הײַנט צו טאָג אַרויס נאָר חרדישע צײַטונגען: "דער ייִדישער שטראַל" און "דאָס ייִדישע ליכט". אין דער סוף־וואָך־אויסגאַבע פֿון דער העברעיִשער צײַטונג "המבשׂר" דערשײַנט אַ ייִדיש־שפּראַכיקע בײַלאַגע "המבשׂר די וואָך".

זשורנאַלן:

"לעבנס־פֿראַגן", תּל־אָבֿיבֿ

"ירושלימער אַלמאַנאַך", ירושלים

"נײַע וועגן", תּל־אָבֿיבֿ

"דווקא", תּל־אָבֿיבֿ

"אױפֿן שװעל", ניו־יאָרק

"דערבײַ", סאַן־פֿראַנסיסקו

"דער ייִדישער טעם־טעם", פּאַריז

"גרינע מדינה", אַמסטערדאַם

"דאָס בלעטעלע", שטאָקהאָלם 

"אין געוועב", אויף דער אינטערנעץ 

צווישן די יאָרן 1997 - 2006 האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אינטערנעץ־זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד"

צווישן די יאָרן 1997 - 2009  האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אינטערנעץ־זשורנאַל "מענדעלעס רעוויו".

 

געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ישׂראל

צווישן די יאָרן 1949 - 2006 האָט עקזיסטירט די צײַטונג "לעצטע נײַעס".

זי איז געגרינדעט געוואָרן פֿון מרדכי צאַנין, וועלכער האָט ביטער געקעמפֿט קעגן דער מאַכט, וואָס פֿלעגט באַטראַכטן ייִדיש װי אַ קאָנקורענט פֿון העברעיִש. אין די לעצטע יאָרן האָט "לעצטע נײַעס" זיך פֿאַראייניקט מיט דער "נײַע צײַטונג", וועלכע איז אַרויס אויך אין תּל־אָבֿיבֿ זינט יאָר 1950, אָבער זי איז פֿונדעסטוועגן פֿאַרמאַכט געוואָרן צוליב פֿינאַנציעלע סיבות.

צווישן די יאָרן 1948 - 1995 האָט די ציוניסטישע אַסאָציאַציע (הסתּדרות) פֿאַרעפֿנטלעכט דעם זשורנאַל "פֿאָלק און ציון"

אין די 1950 - 1980־ער יאָרן האָט די ישׂראלדיקע קאָמוניסטישע פּאַרטיי פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "דער וועג".

צווישן די יאָרן 2000 - 2005 האָט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל "טאָפּלפּונקט".

אין די יאָרן 1993 - 2008 האָבן דרײַ ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן בשותּפֿות פֿאַרעפֿנטלעכט אויף העברעיִש דעם זשורנאַל "חוליות" (רינגען) וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. זעט די צוגאָב־אינפֿאָרמאַציע אויפֿן וועבזײַטל.

 

געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין רוסלנד און געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד

צווישן די יאָרן 1862 - 1873 האָט מען אין אָדעס פֿאַרעפֿנטלעכט די ערשטע ייִדישע וואָכבלאַט אין רוסלאַנד "קול מבֿשׂר". זעט וועגן דעם אַרטיקל אויף העברעיִש און דעם דאָקומענטאַלן פֿילם.

צווישן די יאָרן 1918 - 1938 האָט מען אין סאַנקט־פּעטערבורג און מאָסקווע פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "דער אמת" (אין סאָוועטישן אויסלייג – "דער עמעס"). זעט וועגן דעם די אַרטיקלען אויף העברעיִש און אויף ענגליש.

די צײַטונג האָט הויפּטזאַכלעך געדינט דער באָלשעוויסטישער פּראָפּאַגאַנדע, ווי די גאַנצע ייִדישע פּרעסע וואָס האָט עקזיסטירט אין צענדליקער שטעט פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד אין די 1920 – 1930־ער יאָרן.

צווישן די יאָרן 1927 - 1930 האָט מען אין קיִעוו פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿילאָלאָגישן זשורנאַל "די ייִדישע שפּראַך".

צווישן די יאָרן 1942 - 1948 האָט מען אין סאַמאַראַ און מאָסקווע פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "אייניקייט" - דער אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זעט אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש  אוןאויף ענגליש, ווי אויך דעם אַרטיקל אויף ייִדיש.

פֿון סוף 1940־ער יאָרן איז די ייִדישע פּרעסע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען פֿאַרבאָטן (חוץ דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן"). זי איז ווידעראויפֿגעשטעלט געוואָרן אין יאָר 1961. זעט דעם מאַטעריאַל (אין סאָוועטישן אויסלייג) וועגן דעם איינציקן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וועלכער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מאָסקווע צווישן די יאָרן 1961 - 1991 אונטערן שטרענגן קאָמוניסטישן קאָנטראָל (זעט וועגן דעם אַרטיקל אויף העברעיִש און דעם טעקסט אויף "סאָוועטישן" ייִדיש).

נאָכן אונטערגאַנג פֿונעם קאָמוניזם האָט דער זשורנאַל געביטן זײַן נאָמען אויף "די ייִדישע גאַס" און איז אַרויסגעגאַנגען ביזן יאָר 1998.

 

געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן

אינעם יאָר 1897 איז אין ניו־יאָרק געגרינדעט געוואָרן די טאָג־צײַטונג "פֿאָרווערטס", וועלכע עקזיסטירט ביז הײַנט (װי אַ וואָך־צײַטונג). וועגן אירע ערשטע שריט לייענט דאָ

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ניו־יאָרק צווישן די יאָרן 1885 - 1914

דער מצבֿ אינעם יאָר 1921

צווישן די יאָרן 1906 - 2000 האָט מען אין ניו־יאָרק פֿאַרעפֿנטלעכט דעם סאָציאַל־פּאָליטישן זשורנאַל "דער ייִדישער קעמפֿער".

צווישן די יאָרן 1946 - 2008  האָט מען אין לאָס־אַנדזשעלעס פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ליטעראַרישן זשורנאַל "חשבון".

 

געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן

די ייִדישע פּרעסע אין פּוילן האָט דערגרייכט איר אויפֿבלי צווישן צוויי וועלט־מלחמות. אין 1935 זענען אין וואַרשע אַרויסגעגאַנגען עלף ייִדישע טאָג־צײַטונגען מיטן אַלגעניינעם טיראַזש 180 טויזנט עקזעמפּלאַרן;לייענט אַ. קיזעלס אַרטיקל אױף דער טעמע.

צווישן די יאָרן 1908- 1939 האָט מען אין וואַרשע פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "הײַנט" (זעט וועגן דעם אַרטיקלען אויף ענגליש און אויף העברעיִש).

צווישן די יאָרן  1910 - 1939 האָט מען אין וואַרשע פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "דער מאָמענט" (זעט וועגן דעם אַרטיקלען אויף העברעיִש און אויף ענגליש).

צווישן די יאָרן 1916 - 1939 האָט אין וואַרשע פֿונקציאָנירט דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן.

צווישן די יאָרן 1945 - 1991 האָט מען אין וואַרשע פֿאַרעפֿנטלעכט די צײַטונג "פֿאָלקס־שטימע" (זעט וועגן דעם אַרטיקלען אויף ענגליש און אויף העברעיִש).

 

געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַנדערע לענדער

אַרטיקל וועגן דער ייִדישער פּרעסע אין רומעניע 

אין די 1990־ער יאָרן האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם זשורנאַל "דער יאַפּאַנישער ייִד"

צווישן די יאָרן 2002 - 2006  האָט מען אין מעלבורן פֿאַרעפֿנטלעכט די קינדער־צײַטונג "די יונגע גוואַרדיע"

דער אַלגעמיינער מצבֿ פֿון דער ייִדישער פּרעסע אינעם יאָר 1972

 

אַרכיוון 

אַרכיוו פֿון ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

אָפּטיילונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און אַ. נאָווערשטערנס אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אױף דער וועלט

אַרכיוו און אינדעקס פֿון ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט

זאַמלונגען פֿון דער ייִדישער פּרעסע אינעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ

אַרכיוו פֿון ייִדישע זשורנאַלן און צײַטונגען אינעם סאָקאָלאָוו־הויז, קאַפּלאַן־גאַס, 6 תּל אָבֿיבֿ

ערשטע שפּאַלטן פֿון אַלטע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן

זאַמלונג פֿון אַלטע ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען

ביבליאָגראַפֿיע פֿון פֿילאָלאָגישע צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש

אינפֿאָרמאַציע וועגן צײַטונגען אין אַרכיוון און ביבליִאָטעקן