seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דאָנערשטיק, דעם 16טן פֿעברואַר 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם ירושלימער טעאַטער־הויז מזי"א (מסילת־ישרים־גאַס 18) וועט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן: "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").

עס באַטייליקן זיך: ד"ר וועלוול טשערנין, יורם ניסינאָװיטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, רועי גרינוואַלד, רות לעווין א"אַנד. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

asupa

דינסטיק, דעם 28סטן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

מאָנטיק, דעם 13טן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ עין־ורד וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא. פּיאַנע־באַגלייטונג  – וואַלערי איזשיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ שׂרה אורן דורכן טעלעפֿאָן 054-4418272.

דאָנערשטיק, דעם 9טן פֿעברואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון חיה ליבֿני (פֿידלערין), אריה בורשטין (טענאָר), אייל באט (פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר).

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה מלול דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

מאָנטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער איציק שרוני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

דינסטיק, דעם 17טן יאַנואַר 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

אינעם גערעם פֿון דער מיטאַרבעט צווישן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און "עמך" (דער ישׂראלדיקער צענטער פֿאַר גײַסטיקער און סאָציאַלער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס זענען געבליבן לעבן אינעם חורבן, און פֿאַר זייערע קינדער) ווערן אין יאַנואַר און פֿעברואַר 2017 אָרגאַניזירט ייִדישע קאָנצערטן אין עטלעכע "עמך"־קלובן.

זונטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 16:00 אַ זייגער, אין ראשון־לציון טרעט אויף די זינגערין זשעניע פֿײַערמאַן.

מיטוואָך, דעם 18טן יאַנואַר, 9:00 אַ זייגער, אין רמת־גן טרעט אויף דער זינגער איציק שרוני.

מיטוואָך, דעם 15טן פֿעברואַר, 12:00 אַ זייגער, אין חולון טרעט אויף דער זינגער שמוליק נאַדעל.

amcha

מיטוואָך, דעם 11טן יאַנואַר 2017, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".

אין קינסטלערישן טייל איז אויפֿגעטראָטן דער זינגער צבֿיקה גאָלדבערג, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

פֿרײַטיק, דעם 6טן יאַנואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם וויסנשאַפֿטלעך־קולטורעלן צענטער "שלום־עליכם־הויז" (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אויף ייִדיש.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿונעם צענטער איז 03-6956513.

Lia Kenig Shai Agnon

דינסטיק, דעם 29סטן נאָוועמבער, און דאָנערשטיק, דעם 1־טן דעצעמבער 2016, אין צוויי ייִדיש־קלובן אין מגדל־העמק זענען פֿאָרגעקומען קאָנצערטן פֿון דער זינגערין עמע יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי איזשיאַן.

די אַדרעסן פֿון די קלובן: ישׂראל־שפּירא־גאַס 2 און הראשונים־גאַס 14. מער פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.

ביידע אימפּרעזעס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מיטוואָך, דעם 14טן דעצעמבער 2016, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון פּנינה מעלער אויף דער טעמע "פֿון קאַסטיליע ביז כּתריאלעווקע". אינעם קינסטלערישן טייל וועט אויפֿטרעטן די זינגערין בעטי קליין.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

פֿרײַטיק, דעם 9טן דעצעמבער 2016, 12:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאַמער־טעאַטער וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אין דער איבערזעצונג אויף ייִדיש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם קאַסירער דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿון דער קאַסע איז 03-6060960.

דינסטיק, דעם 6טן דעצעמבער 2016, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".

"די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

דאָנערשטיק, דעם 22סטן דעצעמבער 2016, 10:00 אַ זייגער,אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (כּוכבֿ־דוד־הויז, מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ די קאָאָרדינאַטאָרס: מרים כּרמלי, טעלעפֿאָן 08-6816898, און רובי לאַבמבוך, 050-5491115.

מאָנטיק, דעם 28סטן נאָוועמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיט קובי לוריא אויף דער טעמע "לידער צווישן אים און איר".די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 04-8724694, 054-6528265.

מאָנטיק, דעם 26סטן דעצעמבער 2016, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש )ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס ראָזע קליין און אַדע פּאַשאַיעוו, וועלכע לערנען זיך אין דער קונסט־סטודיע,געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

דינסטיק, דעם 20סטן דעצעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער אין דער הרצליהר מתנ"ס יבור (בן סרוק 12) וועט װעט פֿאָרקומען אַן אָריגינעלער ליטעראַרישער קאַבאַרעט "איינזאַמע קלאַנגען", פֿאַרפֿאַסט און אויסגעפֿירט פֿון רזיה אָדם.

די פֿאָרשטעלונג איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן דיכטער אַב פּאַוויס. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.

מיטוואָך, דעם 14טן דעצעמבער 2016, 18:15 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם") וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 02-545686602-5456867.

דאָנערשטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2016, 16:30 אַ זייגער, אינעם רעננהר ייִדיש־קלוב "די גאָלדענע עלטער" )אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס ראָזע קליין און אַדע פּאַשאַיעוו, וועלכע לערנען זיך אין דער קונסט־סטודיע,געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

מוצאי שבת, דעם 12טן נאָוועמבער 2016, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט מישע בלעכעראָוויטש. ער וועט אויפֿטרעטן מיט זײַן אַנסאַמבל פֿונעם ייִדישן ליד.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.

מיטוואָך, דעם 9טן נאָוועמבער 2016, 18:15 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם") וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט פֿון די פּערל פֿונעם ייִדישן הומאָר מיט פּנינה מעלער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 02-545686602-5456867.

פֿונעם 18טן ביזן 21סטן אָקטאָבער 2016, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, האָט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירט שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

2016sukot

2016sukkot

2016sukkkot

sukot2016bl