seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דאָנערשטיק, דעם 18טן מאַי 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב"(ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי לײַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.

מאָנטיק, דעם 15טן מאַי 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב בײַ דער געזעלשאַפֿט לטובֿת די עלטערע לײַט (העמותה למען הקשיש, הראשונים־גאַס 14, מגדל־העמק) װעט  פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי אײַוואַזיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-8728322.

מיטוואָך, דעם 17טן מאַי 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דעם זינגער מאַקסים לעווינסקי און דער פּיאַניסטין און אָראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דאָנערשטיק, דעם 11טן מאַי 2017, 11:00 אַ זייגער, גייען די ירושלימער ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויס אויף אַן עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון דער ישׂראלדיקער הויפּטשטאָט. דער וועגווײַזער איז יעד בירן. מען טרעפֿט זיך אינעם  קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12). 

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

דינסטיק, דעם 9טן מאַי 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ, ז"ל. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

מיטוואָך, דעם 3טן מאַי 2017, זענען די מיטגלידער פֿונעם רעננהר ייִדיש־קלוב "די גאָלדענע עלטער" געפֿאָרן אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז געווען יעד בירן.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

דאָנערשטיק, דעם 27סטן אַפּריל 2017, 12:00 אַ זייגער, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עלקע שובֿל דורכן טעלעפֿאָן 09- 9511162 אָדער בליצפּאָסט.

דאָנערשטיק, דעם 20סטן אַפּריל 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ שמועס מיט קובי לוריא וועגן ייִדישע לידער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144

מיטוואָך, דעם 19טן אַפּריל 2017, 18:15 אַ זייגער, גייען די ירושלימער ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויס אויף אַן עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון דער ישראלדיקער הויפּטשטאָט. 

דער וועגווײַזער איז יעד בירן. מען טרעפֿט זיך אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם"). 

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.

מיטוואָך, דעם 29סטן מערץ 2017, 9:00 אַ זייגער, אינעם זאַל "טאַרג" פֿון דער מוזיקאַלישער שול א"נ פֿון בוכמאַן־מהטה (בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), איז פֿאָרגעקומען אַ שלוס־קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער גבֿעתּיימער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין.

 siyum

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

yelin

דאָנערשטיק, דעם 30סטן מערץ 2017, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס יוליאַ שמידט־ביכאָווסקי און סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ. סוועטלאַנאַ וועט אויך באַגלייטן דעם געזאַנג אויף דער פּיאַנע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.

אינעם יאָר 2017 איז אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ בוך זיכרונות פֿונעם אַקטיאָר, רעזשיסאָר און שרײַבער לייזער בליט "ניטאָ קײן כּוח צו פֿאַרגעסן".

קוועטשט דאָ אָן כּדי צו לייענען דעם פֿולן טעקסט פֿון דער אויסגאַבע.

שוין אין משך פֿון 3 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט נעם רחמילעוויטש פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט. די טעמע איז "די אָנגאַבן בנוגע טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון וואַרשעווער ייִדן אין די יאָרן 1943 – 1944 אויפֿן סמך פֿון זייערע ווענדונגען און בריוו, געפֿונענע אין בערמאַנס זאַמלונג". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

דאָנערשטיק, דעם 23סטן מערץ 2017, 19:00 אַ זייגער אינעם זאַל פֿון הרצליהר קאָנסערוואַטאָריע (רבֿיבֿים־גאַס 49) וועט פֿאָרקומען אַ קלעזמערישע פֿאָרשטעלונג־סטודיע, געפֿירט פֿון דעם קלאַרנעטיסט גל קליין און דעם אַקאָרדעאָניסט נעם ארד.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

17sadna

דאָנערשטיק, דעם 16טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

דאָנערשטיק, דעם 16טן מערץ 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רות לעווין, באַגלייט פֿונעם גיטאַריסט אַלעקסיי בעלאָוסאָב.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.

17rutginot page 001

מאָנטיק, דעם 13טן מערץ 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אורית פּערלמאַן מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

מיטוואָך, דעם 8טן מערץ 2017, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

זונטיק, דעם 5טן מערץ 2017, 13:00 אַ זייגער, אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612.

דאָנערשטיק, דעם 2טן מערץ 2017, 20:30 אַ זייגער אינעם "בית־אבֿיחי" (ירושלים), און מאָנטיק, דעם 6טן מערץ 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם לאָקאַל אויף לבֿונטין־גאַס 7 אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלן פֿאָרקומען קאָנצערטן פֿונעם זינגער גרשון לייזערסאָן, אויף וועלכע ער וועט פּרעזענטירן זײַן נײַעם ייִדישן דיסק "אין וואַלד אַליין".

דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 02-6215300 און 03-5605084.

leyzerson

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־צענטער "שלום־עליכם־הויז" )בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

דער געזאַנג וועט באַגלייט ווערן פֿון די בילדער פֿון ייִדישע מאָלערס, דעריבער הייסט די אימפּרעזע "לידער און קאָלירן". זי ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6956513.

shirimcvaim

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער אין אַשדודער קלוב "קדימה" ("פֿאָרויס": אבא־הילל־סילווער־גאַס 11) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-8560119, 054-8482859.