9.7 אָוונט אין תּ"א לכּבֿוד דעם יאָרטאָג פֿון דער לידער־סטודיע א"נ פֿון נ' ליפֿשיץ
מאָנטיק, דעם 9טן יולי 2018, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבֿירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) װעט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם 20סטן געבורטסטאָג פֿון דער קונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן פֿון נחמה ליפֿשיץ און טראָגט איצט איר נאָמען.
עס נעמען אָנטייל די זינגערס - תּלמידים פֿון דער סטודיע, ווי אויך דער פֿידלער פּאַוועל לעווין, דער קלאַרנעטיסט יעקבֿ יאַכנין, דער קאָנטראַבאַסיסט סטאַס באַולין. בײַם קלאַוויר – די דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע און די רעזשיסערין פֿונעם אָוונט, רעגינע דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים און באַשטעלונגען – דורכן טעלעפאָן 03-6950156.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











