19.6 קאָנצערט פֿונעם וואָקאַלן דועט אין קרית־חיים לעבן חיפֿה
מאָנטיק, דעם 19טן יוני 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס יוליאַ שמידט־ביכאָווסקי און סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ. סוועטלאַנאַ וועט אויך באַגלייטן דאָס געזאַנג אויף דער פּיאַנע.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











