11.6 – 15.6 ייִדישע ביכער אויפֿן ביכער־יריד אין ירושלים
ביכער, קאָמפּאַקטלעך (דיסקן) און צײַטונגען אױף ייִדיש ווערן אויך פֿאַרקויפֿט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד, פֿונעם 11טן ביזן 15טן יוני 2017 לעבן דער ערשטער אײַזנבאָן־סטאַנציע אין ירושלים. דער אַדרעס: דוד־רמז־גאַס 4.
אַ חוץ דעם, דעם 14טן יוני 20:30 אַ זייגער קומט דאָרט פֿאָר אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. אַרײַנגאַנג פֿרײַ. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-7046640.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










