16.2 אין ירושלים פּרעזענטאַציע פֿון דער דיכטונגס־אַנטאָלאָגיע
דאָנערשטיק, דעם 16טן פֿעברואַר 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם ירושלימער טעאַטער־הויז מזי"א (מסילת־ישרים־גאַס 18) וועט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן: "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").
עס באַטייליקן זיך: ד"ר וועלוול טשערנין, יורם ניסינאָװיטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, רועי גרינוואַלד, רות לעווין א"אַנד. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











