בשותּפֿותדיקע אימפּרעזעס מיט "עמך" אין יאַנואַר - פֿעברואַר 2017
אינעם גערעם פֿון דער מיטאַרבעט צווישן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און "עמך" (דער ישׂראלדיקער צענטער פֿאַר גײַסטיקער און סאָציאַלער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס זענען געבליבן לעבן אינעם חורבן, און פֿאַר זייערע קינדער) ווערן אין יאַנואַר און פֿעברואַר 2017 אָרגאַניזירט ייִדישע קאָנצערטן אין עטלעכע "עמך"־קלובן.
זונטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 16:00 אַ זייגער, אין ראשון־לציון טרעט אויף די זינגערין זשעניע פֿײַערמאַן.
מיטוואָך, דעם 18טן יאַנואַר, 9:00 אַ זייגער, אין רמת־גן טרעט אויף דער זינגער איציק שרוני.
מיטוואָך, דעם 15טן פֿעברואַר, 12:00 אַ זייגער, אין חולון טרעט אויף דער זינגער שמוליק נאַדעל.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











