6.01 ליאַ קעניג לייענט עגנונען אויף ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ
פֿרײַטיק, דעם 6טן יאַנואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם וויסנשאַפֿטלעך־קולטורעלן צענטער "שלום־עליכם־הויז" (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אויף ייִדיש.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿונעם צענטער איז 03-6956513.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











