9.12 ליאַ קעניג לייענט עגנונען אויף ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ
פֿרײַטיק, דעם 9טן דעצעמבער 2016, 12:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאַמער־טעאַטער וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אין דער איבערזעצונג אויף ייִדיש.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם קאַסירער דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿון דער קאַסע איז 03-6060960.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











