6.12 קאַראָל פֿעלדמאַנס לעקציע אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 6טן דעצעמבער 2016, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".
"די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











