ייִדישקייט־סוכּות אינעם תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן
פֿונעם 18טן ביזן 21סטן אָקטאָבער 2016, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, האָט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירט שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.




צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











