8.09 קאָנצערט פֿון עמאַ יוסים אין נצרת־עלית
דאָנערשטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי איזשיאַן.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











