מיר זעצן פֿאָר פֿאַרעפֿנטלעכן סטודענטישע אַרבעטן, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ
װי באַװוּסט, די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור טיילט צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די צווייטע מאַגיסטער־אַרבעט, דאָס מאָל - צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט אוהד קאהן פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז "אַ דײַטש־ייִדישע מעשׂה: די השפּעה פֿון ייִדיש אויף פּאַול צעלאַנס פּאָעטישע שפּראַך". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











