מיר הייבן אָן פֿאַרעפֿנטלעכן סטודענטישע אַרבעטן, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ
זינט יאָר 2014 טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די ערשטע מאַגיסטער־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט אליעזר טרייטל פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע: "דער מקור פֿון די אונטערשיידן צווישן העברעיִשע און ייִדישע ווערסיעס פֿון ר. נחמן בראַצלעווערס מעשׂיות". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











