Skip to main content

23.1.2026 אין תּל־אבֿיבֿ: פֿילם וועגן סוצקעווער, עפֿענונג פֿון זײַן טאָכטערס אויסשטעלונג

פֿרײַטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2026, 13:00 אַ זייגער לאַדן מיר אײַך אײַן אויף דער דעמאָנסטרירונג פֿונעם דאָקומענטאַרן פֿילם "ווער וועט בלײַבן?" וועגן דעם לאַורעאַט פֿונעם ישׂראל־פּרײַז, דיכטער און קעמפֿער אבֿרנם סוצקעווער. זי וועט פֿאָרקומען אינעם מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק "אַנו" (קלאַוזנער־גאַס 15, תּל־אבֿיבֿ), אינעם זאַל "טיש".

suckever kalderon

אינעם זעלבן טאָג און אינעם זעלבן פּלאַץ, 12:30 אַ זייגער, ווערט דערעפֿנט די אויסשטעלונג פֿון דעם דיכטערס טאָכטער - קינסטלערין רינה סוצקעווער־קלדרון, וואָס איז נפֿטר געוואָרן מיט איין יאָר צוריק.

אַרײַנגאַנג פֿרײַ, מע דאַרף אָבער באַשטעלן די פּלעצער פֿאַר פֿריִער דורכן טעלעפֿאָן 052-3357097.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria