שלמה לערמאַנס ייִדיש עטימאָלאָגיש ווערטערבוך איז דערשינען
אַן עטימאָלאָגיש ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך, פֿאַרפֿאַסט פֿון שלמה לערמאַנען, איז דערשינען מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דאָס בוך הייסט "אַ קורצע עטימאָלאָגיע פֿון ייִדישע ווערטער", מע קאָן עס פֿרײַ לייענען דאָ.
דער מחבר וועט זיך פֿרייען צו באַקומען אָפּקלאַנגען און פֿאַרריכטונגען, וועלכע איר קאָנט שיקן אויפֿן אַדרעס פֿון דער אינסטאַנץ.
אַ חוץ דעם, זײַט איר אײַנגעלאַדן אין אונדזער ווירטועלן לייענזאַל.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











