30.3.2025 מקסים לעווינסקי זינגט אין הרצליה
זונטיק, דעם 30סטן מאַרץ 2025, 16:00 אַ זייגער, װעט אין הרצליהר ייִדיש־קלוב (סירקין־גאַס 6) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מקסים לעווינסקי מיט דער פּיאַנע-באַגלייטונג פֿון רעגינאַ דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











