Skip to main content

אַ מתּנה צום יום־טובֿ: צוויי לידער וועגן חנוכּה

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור באַגריסט אַלע אונדזערע פֿרײַנד מיט חנוכּה!

מיר האָפֿן, אַז דער יום־טובֿ װעט מיט זיך ברענגען נסים פֿאַרן פֿאָלק־ישׂראל, פּונקט אַזױ װי אַמאָל פֿאַר אונדזערע אָבֿות.

באַקומט אַ קליינע מתּנה צום יום־טובֿ: צוויי לידער, פּראָדוצירט מיט דער שטיצע פֿון דער אינסטאַנץ.

דאָס ליד "די חנוכּה־ליכט", געשריבן אין 1897 פֿונעם דיכטער מאָריס ראָזענפֿעלד.

אין ישׂראל איז דאָס ליד באַקאַנט מערסטנס אין דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון ראובֿן גראָסמאַן (אבֿינועם) מיט דער מוזיק פֿון צבֿי הערמאַן ערליך. אָבער עס האָט אויך אַן אַנדערן ניגון, מיט וועלכן דער זינגער יוני אילת האָט עס רעקאָרדירט. 

הערט צו! די פֿאַרבינדונגhttps://www.youtube.com/shorts/DVM4aY6YUNI

דאָס ליד "צינדט אָן ליכטלעך" איז אויף העברעיִש באַקאַנט אַלס ״שימו שמן״ מיט די ווערטער פֿון לעווין קיפּניס.

די אָריגינעלע ווערטער האָט אָבער געשריבן מרדכי ריוועסמאַן. דער ניגון איז אַ פֿאָלקסטימלעך־חסידישער.

געזאַנג: יוני אילת. גיטאַרע־באַגלייטונג און מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג: אלון עזיזי. פּויקן: אסף דגן. ווידעאָ: תּמי שחם. 

די פֿאַרבינדונג https://youtube.com/shorts/uWd6TphZCro?si=_q8nkaZTH3Puazzr

 

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria