יהודה מאַלערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 9 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (M.A), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט יהודה מאַלער פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט. די טעמע פֿון זײַן טעזע איז: "אָנפֿאַנגלעכע קאַרטאָגראַפֿירונג און אַנאַליז פון יחיאל פֿײַנערס ווערק און אַרטיקלען, געשריבענע צווישן צוויי וועלט־מלחמות".
נאָך דעם חורבן האָט פֿײַנער געשריבן אויף העברעיש אונטער די פּען־נעמען יחיאל די־נור און בעיקר ק. צטניק (קאַצעטניק).
כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











