22.10.2023 קאָנצערט פֿון רבֿקה און חן בר אין הרצליה
זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2023, 16:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס רבֿקה און חן בר.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











